א ווידעא ווי א חרדי׳שער איד ווערט מונדליך אטאקירט דורך א פרייע פרוי אויף א באס סטאנציע אין ארץ ישראל, איז געגענגען וויירעל אויף סאציאלע מידיע.
די פרוי האט אים געשריגן אז ער זאל גיין אין מיליטער, נאך וואס דער בחור האט קלארגעשטעלט אז ער איז געגאנגען אין מיליטער און אז ער איז א קעפטן אין די רעזערוון, האט זי פארגעזעצט אים צו צימבלען.
די פרוי האט שפעטער אין עטליכע אינטערוויו׳ס קלארגעשטעלט אז ס׳גייט איר נישט אן אויב ער איז געגאנגען אין מיליטער און אז זי האט פיינט פרומע אידן.
די צושטאנד אין די ציוני׳סטישע מדינה איז קלאר, די פרייע האבן פיינט בתכלית השנאה פרומע אידן און אין די לעצטע תקופה זאגן זיי עס אפן. דאס וואס זיי פאדערן אז די חרדים זאלן גיין אין מיליטער איז בלויז צו באקומען די געלעגנהייט אפצו׳שמד׳ן דעם חרדי׳שן ציבור!
גיין אין מיליטער איז ח״ו נישט די ענטפער, גענוי ווי גיין שטודירן אין די אוניווערסיטעטן אין אייראפע בעפארן קריג, איז נישט געווען די ענטפער צו פארמינדערן די שנאת ישראל!
![](https://i.ytimg.com/vi/3Y8ZzreK5fI/mqdefault.jpg)