Yid Du Partizaner is a jewish resistance song, written by Shmerke Kaczerginsk, in Vilna during the fascist occupation.
Now with English lyrics and Yiddish transliteration
Photo : FPO Partisan Rachel Rudznitzki together with other partisans in Vilna during the liberation of the city.
ORIGINAL YIDDISH LYRICS:
פֿון די געטאָ׳ס תּפֿיסה-װענט
אין די װעלדער פֿרײַע
אַנשטאָט קײטן אױף די הענט
כ׳האַלט אַ ביקס אַ נײַע
אױף די אױפֿגאַבעס מײַן פֿרײַנד
קושט מיך האַלדז און אַקסל
מיטן ביקס בין איך פֿון הײַנט
פֿעסט צונױפֿגעװאַקסן
װײניק זענען מיר אין צאָל
דרײסטער װי מיליאָנען
רײַסן מיר אױף באַרג און טאָל
בריקן עשאַלאָנען
דעם פֿאַשיסט פֿאַרציטערט װערט
װײסט ניט װוּ פֿון װאַנען
שטורמען ייִדן פֿון אונטער דער ערד
ייִדן פּאַרטיזאַנער
ס׳װאָרט נקמה האָט אַ זין
װען מיט בלוט פֿאַרשרײַבסט אים
פֿאַר דעם הײליקן באַגין
פֿירן מיר די שטרײַטן
נײן! מיר װעלן ניט קײנמאָל זײַן
לעצטע מאָהיקאַנער
ס׳ברענגט דער נאַכט די זונענשײַן
דער ייִד דער פּאַרטיזאַנער
![](https://i.ytimg.com/vi/9vGrVZOSNpM/maxresdefault.jpg)