מילים לשיר
אני מאמין, איך טו אין דעם אלעס גלויבן, אמת
אז דער בעשעפער פון אויבן אמת
ער וועט טאן אונזער שטרעבן
און די מתים כוחות געבן
און זיי וועלן נעמען לעבן, אמת
אופן פארשטיין עס וועט נישט קיינער
ווי די נפטרים יעדער איינער
וועט באקומען הויט מיט ביינער, אמת
און עס וועלן דאן פון הר הזיתים, אמת
אנפאנגען צו גיין די מתים, אמת
יעדער איינער מיט זיין פנים
און מיט אלע זיינע סימנים
פונקט אזוי ווי יעדער קאן אים, אמת
יעדער איינער מיט זיין חסרון
וואס מיט דעם איז ער נפטר געווארן
און פונקט אויך אין די זעלבע יארן, אמת
די מאמע וועט די קינדער יעדן
אנווייזן דער באבען מיט זיידען
און דעם זיידע דער עלטער זיידן, אמת
אבער די באבע מיט'ן זיידן
געזען די קינדער אלע פון גן עדן
און זיי רופן ביי נאמען יעדן, אמת
דאס איז חיים, דאס איז ניסן
יעדער איינעם טוט מען וויסן
מען איז געווען אויף אלע ברית'ן, אמת
דאס איז מלכה, דאס איז חנה
דאס איז זלמן און שושנה
ביי די חופות איז מען געשטאנען, אמת
און דער אויבערשטערוועט מאכן היילן, אמת
אונטער דייטשלאנד און פוילן, אמת
און פון ערד אויסוויילען
פון די קדושים אלע טיילען
און ער וועט זיי אויסהיילן, אמת
עס וועלן אויפשטיין די מליאנען
און זיי וועלן זיך דערמאנען
און זיי וועלן זיך דערקאנען, אמת
און פון פרייד וועט פאלן טרערן
און א גרויסער טומל וועט דאן ווערן
און געשרייען זיך הערן, אמת
דאס איז טאטע, דאס איז מאמע
דאס איז יצחק און נחמה
אומגעקומען האט מען צוזאמען, אמת
מען וועט די טרעפן מיט די נביאים
די תנאים און אמוראים
די ראשונים און אחרונים, אמת
אלע גאונים און צדיקים
דער בעל שם טוב מיט די תלמידים
אני מעשה און חסידים, אמת
אנחנו עמלים לעלות את כל התוכן שלנו הכולל מאות אלפי קבצי אודיו של מוזיקה ותכנים יהודים שצריך להפוך לווידאו מה שלוקח הרבה מאוד זמן.
אם יש לכם איזה שיר שלנו שאתם מחפשים תוכלו לרשום לנו הודעה ונעלה אותו בהקדם.. galpaz101@gmail.com
נשמח לקבל ממכם פידבק חיובי ע"י לייק ותגובות לשירים.. הערוץ נוצר על ידי טראפיק 365 דיגיטל שיווק ופרסום.
The channel was created by Traffic 365 - Digital Marketing and Advertising
[ Ссылка ]
אם נהניתם - תרשמו לערוץ.
נשמח גם תשתפו את החברים שלכם.
.If you enjoyed it then subscribe to the channel
.We will be happy even if you share your friends who will also enjoy it
![](https://i.ytimg.com/vi/FTq_Wlc9RZo/mqdefault.jpg)