אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף־בית.
רעפריין:
זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע,
וואס איר לערנט דא;
זאגט זשע נאך א מאל, און טאקע נאך א מאל:
קמץ־אלף: אָ!
לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
אזוי זאג איך אייך אן;
ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי,
דער באקומט א פאן.
לערנט, קינדער, האט נישט מורא,
יעדער אנהייב איז שווער;
גליקלעך דער וואס האט געלערנט תורה,
צי דארף א מענטש נאך מער?
איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
וועט איר אליין פארשטיין,
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן
און וויפל געוויין...
אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן,
אויסגעמוטשעט זיין,
זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן,
קוקט אין זיי אריין.
![](https://i.ytimg.com/vi/umpRV0YKuYE/mqdefault.jpg)